lirik lagu yes you can – michoel schnitzler
מיכאל שניצלער – יא דו קענסט
דער מצב איז ביטער שווער און אויפגעבן נעבעך מוזטו
דו האלטסט אז ס’איז נישטא מער קיין שום טשענס נישט
נישט קיין חילוק וויאזוי דו קוקסט אויס, אדער אין וועלכע מצב ביסטו
איז נישטא אזא זאך אז דו קענסט נישט
מען גיט פאר קיינעם מער וויפיל ער קען פארנעמען
דו האסט די כוחות יא! דו קענסט עס באווייזן
איבערגיין דעם שווערן בארג טאמער וויל מען קען מען
ווייל ווילן איז פיל שטערקער ווי אייזן
נישטא קיין זאך אויף דער וועלט וואס קען דיך אפּשטעלן
אין לך דבר העומד בפני הרצון
דו קענסט אלעס דורכברעכן, דארפסט נאר וועלן
הייב נאר אָן וועסטו שפּירן שטערקער שוין
דו קענסט דו קענסט, איך זאג דיר אז דו קענסט
אפילו ס’איז שווער און דו וויינסט
דו קענסט דו קענסט, איך זאג דיר אז דו קענסט
ווייל דו ביסט אסאך שטערקער ווי דו מיינסט
דו קענסט דו קענסט, דו ווייסט אז דו קענסט
פון יעדן שווערן קלעם זיך זעהן ארויס
דו קענסט, יא דו קענסט, דו ווייסט אליין דו קענסט
שטארק דיין הארץ און שריי נאר הויך אויס! איך ווייס אז איך קען
מענטשן אָן הענט און פיס פירן א לעבן א רייכן
שוואכע קעפּ זענען פּוסקים היינט, און עשירים מיט גאלד
פיל סוקסעספולע מענטשן, האט מען געמיינט אז זיי קענען נישט דערגרייכן
זיי האבן טאקע נישט געקענט, אבער געוואלט
אפילו ס’איז א שווערע קאמף זיי דו א שווערע קעמפער
קוק נישט אויף יענעם קיין עצות פון קיינעם פרעג
לאז דיך נישט פון גארנישט נעם נישט ניין פאר אַן ענטפער
ווייל וואו ס’איז דא א ווילן איז דא א וועג
נישטא קיין זאך אויף דער וועלט וואס קען דיר מאכן שטייטער
אין לך דבר העומד בפני הרצון
קענסט אנקומען העכער ווי יעדן, אסאך אסאך ווייטער
הייב נאר אָן וועסט דיך שפירן שטערקער שוין
דו קענסט דו קענסט, איך זאג דיר אז דו קענסט
אפילו ס’איז שווער און דו וויינסט
דו קענסט דו קענסט, איך זאג דיר אז דו קענסט
ווייל דו ביסט אסאך שטערקער ווי דו מיינסט
דו קענסט דו קענסט, דו ווייסט אז דו קענסט
פון יעדן שווערן קלעם זיך זעהן ארויס
דו קענסט, דו קענסט, דו ווייסט אליין דו קענסט
שטארק דיין הארץ און שריי נאר הויך אויס! איך ווייס אז איך קען! יא, דו קענסט! דארפסט נאר וועלן און דו קענסט! וויל נאר וועסטו קענען! וויל נאר שטארק און דו קענסט
איך זאג דיר יא! די קענסט דארפסט נאר וועלן און די קענסט!
יא. די. קענסט.
composed by motty ilowitz
lirik lagu lainnya :
- kumpulan lirik lagu nailed › lirik lagu burden – nailed
- kumpulan lirik lagu the sunlight shakers › lirik lagu itsy bitsy teenie weenie yellow polka dot bikini – the sunlight shakers
- kumpulan lirik lagu olivia klugman › lirik lagu sailor song – olivia klugman
- kumpulan lirik lagu jael › lirik lagu soundtrack – jael
- kumpulan lirik lagu 陳勢安 andrew tan › lirik lagu you used to love me – 陳勢安 (andrew tan)
- kumpulan lirik lagu thrill village › lirik lagu cruel house – thrill village
- kumpulan lirik lagu icy shine 666 › lirik lagu contract killing – icy shine 666
- kumpulan lirik lagu azure sweden › lirik lagu the storm (the hill of heimad) – azure (sweden)
- kumpulan lirik lagu harry nach › lirik lagu exótico – harry nach
- kumpulan lirik lagu obbie yung › lirik lagu 2k (freestyle) – obbie yung