
al todin - אל תדין - lipa schmeltzer lyrics
ס’איז מאדנע די מענטשן’ס אויפירונגען
וויאזוי קען א מענטש אזוינס טוהן
כ’פארשטיי ס’איז פארהאן פיל מענטשן פון יעדע מין
אבער די שרעקליך פאסירונגען
וואס איך האב געהערט יעצט אויף איהם
ווי פירט ער זיך
ווי האט ער געלערנט ביי וועם
אל תדין חברך, אל תדין חברך
עד שתגיע למקומו
אל תדין חברך, אל תדין חברך
עד שתגיע למקומו
צו האסטו געהאט זיינע יונגע יארן
צו האסטו בכלל די זעלבע נאטורן
אין יענעמס מצב שטענדיג לייג זיך אריין
דו אין זיין שיך וואו וואלסטו פארפארן
מ’דארף נישט געדענקען פון יענעמ’ס חסרון
מ’קען דאך קיינעם, קיינעם נישט דן זיין
מענטשן, קוקן ביי יענעם
און אזוי מ’פארגעסט שוין פון זיך
וואס טוט זיך ביים צווייטן
מ’קען באלד שרייבן א בוך
דער צווייטער, מאכט מיט א גיהנם
און פונדרויסן עס איז נישט באקאנט
ס’גארנישט אומזיסט ער פירט זיך אויף אינטערסאנט
אל תדין חברך, אל תדין חברך
עד שתגיע למקומו
אל תדין חברך, אל תדין חברך
עד שתגיע למקומו
צו האסטו געהאט זיינע יונגע יארן
צו האסטו בכלל די זעלבע נאטורן
אין יענעמס מצב שטענדיג לייג זיך אריין
דו אין זיין שיך וואו וואלסטו פארפארן
מ’דארף נישט געדענקען פון יענעמ’ס חסרון
מ’קען דאך קיינעם, קיינעם נישט דן זיין
אל תדין חברך, אל תדין חברך
עד שתגיע למקומו
אל תדין חברך, אל תדין חברך
עד שתגיע למקומו
פון נישט זעהן קיין שלעכטס האט קיינער נישט שאדן
וואויל איז פאר דער וואס געדענקט אל תדין
א איד קוקט נאר גוט סיי ווי אזוי מ’איז
לאמיר נאר יענעם דערהייבן און לויבן
דאן וועט אונז דער גרויסער באשעפער פון אויבן דן זיין לכף זכות
לאמיר נאר יעדעם דערהייבן און לויבן
דאן וועט אונז דער גרויסער באשעפער פון אויבן
דן זיין לכף זכות
Random Song Lyrics :
- lime green - bad bad hats lyrics
- whatever will be, will be (que sera, sera) (1964) - doris day lyrics
- juliet - roseboat lyrics
- control baby - jhariah lyrics
- ånden i glasset - bogfinkevej lyrics
- steig ein (snippet) - olexesh lyrics
- no more sayonara - lenny williams lyrics
- arrastrando las patas - impostores de nuevo leon lyrics
- zeidverschwändung (live - die nacht der dämonen) - die ärzte lyrics
- si bebes no conduzcas (directo) - porretas lyrics