lirikcinta.com
a b c d e f g h i j k l m n o p q r s t u v w x y z 0 1 2 3 4 5 6 7 8 9 #

lirik lagu reizele – רייזעלע – hava alberstein – חוה אלברשטיין

Loading...

שטייט זיך דארט אין געסעלע
שטיל פֿארטראכט א הייזעלע
דרינען אויפֿן בוידעם*שטיבל
וווינט מײן טייער רייזעלע
יעדן אוונט פֿארן הײזל
דריי איך זיך ארום
כ´גיב א פֿייף, און רוף אויס : רייזל
קום, קום, קום!
עפֿנט זיך א פֿענצטערל
וואכט אויף ס´אלטע הייזעלע
און באלד קלינגט אין שטילן געסל
א זיס קול, ס´רעדט רייזעלע :
* נאך א ווײלע ווארט, מיין ליבער
באלד וועל איך זיין פֿריי
גיי זיך נאך א פאר מאל איבער *
איינס, צוויי, דריי !
גיי איך מיר א פֿריילעכער
זינג און קנאק מיר ניסעלעך
הער איך אויף די טרעפלעך שפרינגען
אירע דראבנע פֿיסעלעך
שוין אראפ פֿון לעצטן טרעפל
כ´נעם זי ליב ארום
כ´גיב איר שטיל א קוש אין קעפל *
קום, קום, קום !
* כ´וויל דיך בעטן, דודל
זאלסט ארויף נישט פֿייפֿן מער
* הערסט, ער פֿייפֿט שוין * זאגט די מאמע
זי איז פֿרום, ס´פֿאדריסט זי זייער
פֿייפֿן, זאגט זי, איז נישט ײידיש
ס´פאסט נאר בלויז פֿאר זיי…
גיב א צייכן פראסט אויף ײידיש *
איינס, צוויי, דריי !
* כ´וועל פֿון היינט נישט פֿײפֿן מער
דרויף גיב איך א שבֿועהלע *
דיר צוליב וועל איך אפֿילו
ווערן פֿרום, מײן צנועהלה
כ´וועל זײן ווען דו ווילסט נאר, רייזל
ווי דײן מאמע פֿרום
יעדן שבת גיין אין קלייזל *
קום, קום, קום !
* כ´גלייב עס דיר, מײן ליבינקער
און דערפֿאר דיר, דודל
שטריק איך א שיין תפילין*זעקל
מיט א מגן*דודל
ווען געפֿעלן ס´וועט אין קלייזל
זאגן זאלסטו זיי:
* ס´האט געשטריקט מיין ליבע רייזל *
איינס, צוויי, דריי !
* כ´דאנק פֿאר דײן מתנה´לה
כ´ליב אזוי דיך, רייזעלע !
כ´ליב דײן מאמען, כ´ליב דאס געסל
כ´ליב דאס אלטע הײזעלע
כ´ליב די שטיינדלעך לעבן הייזל *
טרעטסט אויף זיי ארום
הער, דײן מאמע רופֿט שוין: רייזל
קום, קום, קום !
גיי איך מיר א פֿריילעכער
זינג און קנאק מיר ניסעלעך
הער איך אויף די טרעפלעך לויפֿן
אירע דראבנע פֿיסעלעך *
ווידער שטייט פֿארטראכט דאס הײזל
ס´געסל * ווידער שטום
קום צו מיר אין חלום, רייזל
קום, קום, קום !

lirik lagu lainnya :

YANG LAGI NGE-TRENDS...

Loading...